צו אונזער טייערע כלה
יהודית תחי'
אילו פינו מלא שירה
ולשונינו רינה
אז מיר האבן צו אזא בריליאנט זוכה געווען
פון א הייליגן שטאם ווי עס איז דיין חשוב'ן יחוס צו זעהן
אין אנחנו מספיקים להודות צום באשעפער פון הויבן
אויף א כלה וואס איר הערליכקייט טוט יעדער אויסלויבן
מיט הייליגע ברסלבער שאיפות טוט זיך שטרעבן
צו אויפשטעלן א שטוב וואס בדרך רבינו טוט מען דארט טרעטן
מיט א קייט פול מיט מעלות ארומגענומען
א קרוין פון צניעות מיט הערליכע פירונגען
טוב לי תורת פיך בעטן דיינע תפילות אזוי טייער
דיין טוב לב איז דאך אין לשער
יעדער טוט בארימען דיין איידלקייט און נעימות
ווי אויך דיין באציאונג צו יעדן פריינד מט חביבות
נעם אן אונזערע וואונטשן הייסע און טיפע
איר זאלט מצליח זיין ויי אייער הייליגע שאיפה
די שכינה זאל שטענדיג רוהען ביי אייער געצעלט
מיט א נחת רוח לבורא צו באשיינען די וועלט
אחותינו את היי לאלפי רבבה
ה' זאל אייך באגליקן מיט תורה וגדולה
דורות ישרים ומבורכים ת"ח ונבונים
מיט פרייד זאל זיך די ברכה געפינען ביי אלע עניינים
מיט בני חיי ומזוני א בנין עדי עד
צו די פראכט און פרייד פון יעדן צד
כלה דיין כח התפילה איז געוואלדיג גרויס
נוץ עס שטענדיג פועל ווייטער אלעס גוט'ס אויס!
ווינטשן
די מחותנים משפ' הכטוביץ