תואר כל+ה, מאד נתעלה - בקבלת תור+ה
צו יוכי תחי',
אונזער טייערע כלה
א גוט יום-טוב וואונטשען מיר אלע
אין דער הייליגן טאג, "השם כל משאלותיכם ימלא"
קימו וקבלו היהודים די תורה ווי באקאנט
"יקרה היא מפנינים" אסאך מער טייערע פון א בריליאנט
"ורחוק מפנינים מכרה" אויך א אשת חיל איז מער ווי א דיאמנט
דער 'דיאמנטן-רינג' איז א משל דארף מען וויסען.
מיר האפען אז די וועסט עס לאנג און געזונטערהייט געניסען,
און דער באשעפער זאל דיר שטענדיג מיט שפע באגיסען,
אויפצושטעלען א ערליכע שטוב ווי דיין שטרעבן,
און מיט דיין חתן האבען א גליקליכע לעבען,
"ונהיה אנחנו וצאצאינו" לדורי דורות,
"אוהבי שמך ויודעי תורתך".
ה' זאל אונז און דיינע עלטערן פיל נחת פון ענק געבען