בס"ד אייר תשפ"ו

צו אונזער טייערע כלה 

גולדי תחי'

  מיט א ווארעמע ברוכה הבאה,  צום שיינעם שידוך שליסן
     טוען מיר דיר חשובה כלה, צי אונזער משפחה באגריסן.

  היינט ווען עס ווערט מיט פרייד, דעם אבן הפינה געשטעלט
                                א באחיינטער אונהייב צי א נייע געצעלט.


צום רבש"ע בעטן מיר,  - באגלייט מיט ווינטש אן א שיעור.
       
          ער זאל אייער בלומעלע, באוואסערן מיט שפע אין ברכה
איהר זאלט באצירען דעם גארטען אין איינעם מיט פיל הצלחה.

אריכות ימים ושנים, – עדי שנזכה לישועת עולמים.

    רבבה כצמח השדה, זוכה זיין ווייטער צי בליען
   עהרליכע יידישע דורות, אפשטעלן און ערציען.

אין די שכינה הקדושה, זאהל ביי אייך שטענדיג רוהען.

ווינטשן פון טיפעניש פון הארצן

מיט א ווארימע תפילה

די מחותנים  משפחת גרביץ