בס"ד  ט''ו שבט תשפ"ו

לכבוד משפחת שיין החשובה שיחי'

'פ+יר+ות++יך מ++תוקים'...

אויפן בוים פול מיט פירות
אויף די זיסקייט פון די פרוכט
קענען זאגן עדות
 יעדער וואס האט פארזוכט,
די וואס האבן זיך דערקוויקט
מיטן חסד און גוטסקייט
מיט די מיטאג'ס וואס איר שיקט
 מיט ברייטהארציגקייט,
אין די צייטן פון שמחות
זענט איר זוכה צו נעמען א טייל
מיטן שענקען די כוחות
העלפן בויען ווייטער כלל ישראל,
וויפל עס מוטיגט און דערפרייט
קענען מיר פילן און דערציילן
 אבער מיט וויפל מיה עס ווערט באגלייט
 קען נאר דער באשעפער אליין ציילן...,
די שכר וואס מיר ווילן
באצאלן, אלס הכרת הטוב
קען נאר ערפילן
 דער איינציגער גומל טוב,
זאל ער עפענען זיינע אוצרות
מכל טוב אייך שענקען
און לדורי דורות
 זאל ער די זכותים געדענקען,
אונזער וואונטש כסגולת היום
עס זאל פארזעצן די הערליכע קייט
די עפל פונעם בוים
 זאלן נישט פאלן ווייט,
מיט אידיש נחת אייך באלוינען
ווי עס שטייט א ספעציעלע הבטחה
כל היום חונן...
וזרעו לברכה,

 דאנקען און ווינטשןפאר
די געטרייע פעטער און מומע פון אייביג 

פון משפחת דירנפלד