בס"ד
יום החופה תשפ"ב לפ''ק

צו אונזערע
טייערע כלה צירי תחי'

יעדער פון אונז מיט געפילען פון שמחה און פרייד
ווען ביים שוועל פון גרוסען טאג אט אט מען שטייט
מען טראכט נאר אריין וואס די יום החופה באדייט

היינטיגע טאג פון דיר טייערע צירי טוט יעדער דענקען
ווילען מיר דיר די דריי זא   ען שענקען

דער באשעפער זאל אלע דיינע בקשות ערפילען
מיט א סידור, תחינות און דאס ספר תהילים

מדת הרחמים זאלסטו מיט דיינע תפילות ערוועקען
היינט זאל דער טאטע זיין האנט פאר ענק אויסשטרעקן

ימלא השם כל משאלותיך
יהי שלום בחיליך שלוה בארמנותיך

פאר חתן וכלה און אלע משפחות
זאל דער באשעפער גיסען א זאק מיט ברכות

בני חיי ומזוני רויחי
זאלט איר אויפשטעלען א שיינע מלוכה

מיט א ליבשאפט און א לעכטיג פנים

ווינטשען
די מחותנים שפונד