לכבוד
אונזערע טייערע כלה טשארנע תחי'
תהא השעה הזאת
יעצט ווען די מינוט איז אזוי גרוס
מיט דיין געבורטסטאג טועהן מיר זיך פרייען
ווען א יאר צו דיין לעבען טוסטו באנייען
ווינטשען מיר א ווארעמע מזל טוב
לאנגע געזונטע יארן מיט שמחות לרוב
א גליקליך אין פרייליך לעבען זאל מען דיר באשערען
דיינע אלע תפילות זאלען נתקבל ווערן
עד מאה ועשרים שנה געזונטערהייט
זיך גרייטען צום חתונה מיט גליק אין פרייד
זאלסט זוכה זיין אופצושטעלען א בית נאמן בישראל
מיט שמחות אין נחת אלעמאל