בס"ד טבת תשפ"ב
זמירות, שירות ותשבחות, ונתנו ידידים
פארן עמוד התווך, וועלכער שטארקט די עמודים.
“ועל זאת יעמד על הברכה" - פארן עמוד במערכה,
ווילן מיר אפגעבן טיפע הערכה.
הרה"ח שלמה שטיין שליט"א
ולנוות ביתו תחי'
וואס שטייט שטענדיג גרייט,
צו העלפען און אונטערהאלטן אין ידעדער געלעגענהייט.
אן הארציגער מזמור לתודה,
פארן איבערגעגעבנקייט אינעם הייליגן עבודה.
פארן שטיצן און מחזק זיין די יסודות,
פארן אויסהאלטן און אויפהאלטן עמודי התורה, החסד והחסידות.
דער פונדאמענט, און די ווענט, שטענדיג ווייטער בויען,
ספעציעל פארן געבן א שטיצע און פלייצע פאר די פרויען.
“נשות הקהילה” שעצן, אויפן געבן כח, שמחה, ואורה,
צו האלטן א חסידישע שטוב על אדני התורה.
ווי ביים הייליגען משכן שטייט “את עמודיה ואת אדניה” (פקודי לט’ מ’)
“שעמודי המשכן הם עמודי העולם שבזכותם העולם עומד” (בעל הטורים שם)
השי”ת זאל זיין הייליגע שכינה אויפ’ן אייגענער משכן אויסשפרייטן,
מיט א שפע עד בלי די פון ס”ד, ברכה, והצלחה באגלייטן
מתוך רוב שמחה, תענוג, און אידיש נחת אין אלע צייטן.
ווינטשען
נשות הקהילה